די שװעדישע מאָנאַרכיע און קיניגלעכע משפּחה
שװעדן איז אַ קאָנסטיטוציאָנעלע מאָנאַרכיע. דאָס הײסט אַז די אַרבעט פֿונעם מלוכה־ראָש איז רעגולירט געװאָרן אינעם גרונטיקן געזעץ. דער מאָנאַרך איז אַ ניט פּאָליטישער מלוכה־ראָש און פֿאַראײניקטער רעפּרעזענטאַנט פֿאַר שװעדן און אויך אַ מלוכישער סימבאָל.
שװעדן איז געװען אַ סטאַבילע מאָנאַרכיע זינט דעם 10טן יאָרהונדערט. די דאָזיקע, מער װי טויזנט־יאָריקע, היסטאָרישע און קולטורעלע ירושה איז די אײן־און־אײנציקע אין דער װעלט. ניט געקוקט אויף דעם, װאָס די ראָלע פֿונעם ראָש האָט זיך פֿאַרענדערט מיט דער געזעלטשאַפֿטלעכער אַנטװיקלונג, איז די מאָנאַרכיע אַ סימן פֿון המשכדיקײט און טראַדיציע, און מע האַלט איר אַלץ מער טײַער אין אַ גיך בײַטנדיקער װעלט. זינט 1973 איז זײַן מאַיעסטעט דער מלך קאַרל XVI גוסטאַף דער שװעדישער מלוכה־ראָש. יאָר 2018 איז דער מלך אויך געװאָרן דער מאָנאַרך װאָס איז געזעסן לענגסט אויפֿן טראָן.
דער מלך פֿירט אָן מיט זײַן אַרבעט לויטן שפּריכװאָרט "פֿאַר שװעדן – אין דער צײַט".
די קיניגלעכע משפּחה
די קיניגלעכע משפּחה באַשטײט פֿון דעם מלך און דער מלכּה, זײערע דרײַ קינדער מיט זיװגים און די אַכט אײניקלעך.
דער מלך קאַרל VXI גוסטאַף איז געבוירן געװאָרן אינעם שלאָס "האַגאַ" אין יאָר 1946 און האָט געהאַט פֿיר עלטערע שװעסטער. 1976 האָט דער מלך חתנה געהאַט מיט סילװיע סאָמערלאַט, געבוירן געװאָרן אין יאָר 1943, װאָס איז צוליב דעם חתנה געװאָרן די שװעדישע מלכּה.
די קרוין-פּרינצעסין װיקטאָריע, געבוירן געװאָרן אין יאָר 1977, האָט חתנה געהאַט מיט פּרינץ דניאל, געבוירן געװאָרן אין יאָר 1973. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט צװײ קינדער: די פּרינצעסין עסטעל, געבוירן אין 2012, און פּרינץ אָסקאַר, געבוירן אין יאָר 2016. די משפּחה װוינט אינעם שלאָס "האַגאַ" אין סאָלנע, װוּ אויך דער מלך האָט געװוינט אין משך פֿון די קינדעריאָרן.
פּרינץ קאַרל פֿיליפּ, געבוירן אין יאָר 1979, האָט דרײַ קינדער צוזאַמען מיט דער װײַב פּרינצעסין סאָפֿיע, געבוירן אין יאָר 1984: פּרינץ אַלעקסאַנדער, געבוירן געװאָרן אין 2016, פּרינץ גבריאל, געבוירן געװאָרן אין 2017, און פּרינץ דזשוליאַן, געבוירן געװאָרן אין 2021. די משפּחה װוינט אויפֿן קיניגלעכן "דזשור־גאָרטן" אין שטאָקהאָלם.
די פּרינצעסין מאַדעלײן, געבוירן אין יאָר 1982, װוינט אין אויסלאַנד מיטן מאַן ה' קריסטאָפֿער אָ'ניל, געבוירן אין יאָר 1974. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט דרײַ קינדער: די פּרינצעסין לעאָנאָרע, געבוירן אין יאָר 2014, פּרינץ ניקאָלאַס, געבוירן אין יאָר 2015 און די פּרינצעסין אַדריען, געבוירן אין יאָר 2018.
דער מלך און די קרוין־פּרינצעסין זענען צוזאַמען מיט דער מלכּה און פּרינץ דניאל די װיכטיקסטע רעפּרעזענטאַנטן פֿון שװעדן, אי אין דעם אײגענעם לאַנד, אי אין אויסלאַנד. פּרינץ קאַרל פֿיליפּ און די פּרינצעסין סאָפֿיע און דערצו אויך די פּרינצעסין מאַדעלײן פֿאַרנומען זיך בכלל מיט ניט פּראָפֿיטיקע פֿונדאַציעס און אָרגאַניזאַציעס װאָס זײ אָדער האָבן אַלײן געגרינדט אָדער אַנגאַזשירט זיך אין זײ. דערצו, פֿירן זײ אָן מיט עטלעכע אָפֿיציעלע ענינים פֿאַרן מלך.
דאָס רעכט צו דער קרוין
דער טראָן־ירוש איז רעגולירט געװאָרן אין דער ירוש־סדר, װאָס איז אײן פֿון די פֿירע שװעדישע גרונטיקע געזעצן. אין יאָר 1979 האָט מען פֿאַרענדערט דעם ירוש־סדר, און זינט דעמאָלט אָן איז דעם מאָנאַרכס עלטסטע קינד, ניט אָפּהענגיק פֿון מין, דער טראָן־ירוש. די פֿאַרענדערונגען האָבן אויך באַשטימט אַז נאָר די אָפּשטאַמלערס פֿון דעם איצטיקן מלך, און ניט קײן אַנדערע צװײַגן פֿון דער משפּחה בערנאַדאָט, קענען זײַן טראָן־ירושים. דער ערשטער טראָן־ירוש איז די קרוין־פּינצעסין װיקטאָריע, און דערנאָך קומט די פּרינצעסין עסטעל.
די אַרבעט פֿונעם מלוכה־ראָש
די אַרבעט בײַם מלך, אין זײַן ראָלע װי מלוכה־ראָש, איז בכלל צערמאָניעלע און רעפּרעזענטאַטיװע ענינים, און ער קען װירקן אויפֿן סטיל פֿון דער אַרבעט לויט די רעמען פֿון דער רעגירונג־פֿאָרעם.
דעם מלכס אַרבעט האַלט למשל:
- עפֿענען דעם מלוכישן מיטינג (Riksmötet)װען פֿאדערט פֿונעם פּאַרלאַמענטאַרישן ספּיקער. דאָס געשעט געװײנטלעך אין משך פֿון סעפּטעמבער יעדעס יאָר, און מאַרקירט דעם אָנהײב פֿון דעם פּאַרלאַמענטאַרישן אַרבעטסיאָר. מע פֿירט דורך די צערעמאָניע אינעם "פּלעני"־זאַל און דער מלך האַלט אויך אַ רעדע פֿאַר די מיטגלידער פֿונעם פּאַרלאַמענט.
- צו זײַן דער אָנפֿירער פֿון רעגירונג־מיטינגס בײַם קיניגלעכן שלאָס. מען פֿירט דורך דער "איבערבײַט"־מיטינג װען אַ נײַע רעגירונג הײבט אָן מיט דער אַרבעט. מען פֿירט כּסדר דורך "אינפֿאָרמאַציע"־מיטינגס כּדי די מיניסטאָרן זאָלן קענען דערצײלן דעם מלך און דעם טראָן־ירוש װעגן דער רעגירונגס פּאָליטיק. בײַם קיניגלעכן געבוירן פֿאַרבעט דער מלך די רעגירונג צו אַ מיטינג כּדי צו דערצײלן דעם נאָמען און טיטל פֿונעם קינד.
- צו זײַן דער אָנפֿירער פֿונעם אויסלאַמנד־אַמט, אַן אָרגאַניזאַציע פֿאַר דיסקוציע צװישן רעגירונג און פּאַרלאַמענט. דער אַמט האָט די מיטינגס אין דעם קיניגלעכן שלאָס.
- צו דורכפֿירן מלוכישע באַזוכן. דער מלך רעפּרעזענטירט שװעדן אין מלוכישע באַזוכן אין און מחוץ דעם לאַנד. מע בויט די מלוכישע באַזוכן פֿון די פּערזענלעכע פֿאַרבינדונגען צװישן לענדער מיטן ציל צו פֿאַרגרעסערן די צוזאַמענאַרבעט אין פֿאַרשײדענע סעקטאָרן. מע פּלאַנירט די מלוכישע באַזוכן דורך קאָאָפּעראַטיװע טרעפֿונגען מיט דער רעגירונג, בפֿרט מיטן אויסלאַמנד־דעפּאַרטעמענט, און זײ מאַרקירן אַז עס זענען דאָ גוטע פֿאַרבינדונגען צװישן די לענדער.
- עטלעכע מאָל אַ יאָר פֿאַרבעט דער מלך די נאָר װאָס געקומענע אויסלענדישע אַמבאַסאַדאָרן צו פֿײַערלעכע אוידיציעס. אין אַ טראַדיציאָנעלער צערעמאָניע פֿאָרט דער אַמבאַסאַדאָר אין אַ פּאַראַד־קאַרעטע צום קיניגלעכן שלאָס, װוּ ער איז באַגריסט פֿונעם מלוכה־ראָש אין אַ פֿײַערלעכער אוידיציע. לויטן אינטערנאַציאָנאַלן פֿיר קען דער אַמבאַסאַדאָר נאָר אָנהײבן מיט דער אַרבעט װען ער האָט איבערגעבן זײַן קרעדיט־בריװ צום מלוכה־ראָס.
פּראָטעזשירן שװעדישע אינטערעסן
דער מלך אַרבעט כּדי צו פּראָטעזשירן שװעדישע אינטערעסן און האָט זײער אַ ריזיקע רעפּרעזענטאַטיװע פּראָגראַמען אין שװעדן. מע פּלאַנירט לויט אײגענע איניציאַטיװן און אויך אַ סך בקשות װעגן אָנטײלנעמונג אין פֿאַרשײדענע געשעענישן אין כּלערלײ געזעלשאַפֿטלעכע סעקטאָרן. די איבעריקע מיטגלידער פֿון דער קיניגלעכער משפּחה שטיצן אַקטיװ דעם מלך אין זײַן ראָלע װי מלכה־ראָש. די אָפֿיציעלע פּראָגראַמען האַלטן עטלעכע ענינים:
- אויסלענדישע פֿאַרבינדונגען מיט פֿאָרטרעטערס פֿון אַנדערע לענדער
- אינלנדישע פֿאַרבוינדונגען מיט פֿאָרטרעטערס פֿון לאָקאַלע, רעגיאָנאַלע און נאַציאָנאַלע אינסטאַנצן און אָרגאַניזאַציעס
- פֿאַרבינדונגען מיט דער שװעדישער געשעפֿטסװעלט
- די מלוכישע מיליטערע באַשיצונג
- װיסנשאַפֿט װעגן דער נאַטור־סבֿיבֿה, פֿאָרשונג און קולטור
- דאָס געבן צדקה דורך די קיניגלעכע פֿונדאַציעס.
די קיניגלעכע קולטורעלע ירושה
עס איז אַ טײל פֿונעם מלכס אַרבעט צו מאַכן די קיניגלעכע שלעסער מיט אַרומען צוטריטלעך צום עלום, און אויך אָפּהיטן און אָפּװײַזן אַלע די ריזיקע מלוכישע אײגענטומען. מחוץ די 10 שלעסער מיט טײַערע זאַמלונגען װאָס מען שטעלט פֿאָר פֿאַר עטלעכע מיליאָנען באַזוכערס יעדעס יאָר, היט דער מלך אָפּ ריזיקע פּאַרקן און װעלדער אין און אַרום שטאָקהאָלם.
די אָפֿיציעלע רעפּרעזענטאַציע
יעדעס יאָר אַראַנזשירט די קיניגלעכע משפּחה פֿאַרשײדענע רעפּרעזענטאַטיװע װעטשערעס אינעם קיניגלעכן שלאָס. די געסט זענען רעפּרעזענטאַנטן פֿאַרן אָפֿיציעלן שװעדן און פּאַרשוינען װאָס די קיניגלעכע משפּחה האָט געטראָפֿן מיט זײ אין משך פֿון אינלענדישע רײַזעס. מען פֿאַרבעט אויך רעפּרעזענטאַנטן פֿון געשעפֿטסװעלט, װיסנשאַפֿט, ספּאָרט, קולטור און מעדיעס.
די ראָלע פֿונעם טראָן־ירוש
די קרוין־פּרינצעסין װערט דעם דערװײַליקן רעגענט װען דער מלך קען ניט דורכפֿירן זײַן אַרבעט װי מלכה־ראָש, למשל אין משך פֿון אַ רײַזע אין אויסלאַנד צו אַ װײַטן אָרט אָן גוטע קאָמומיקאַציעס. װי דער טראָן־ירוש גרײט זיך די פּרינצעסין צו צו דער ראָלע װי מלוכה־ראָש אויף פֿאַרשײדענע אופֿנים, און זי אַרבעט צוזאַמען מיטן מלך כּדי צו קריגן אַו אײַנבליק אין און אינפֿאָרמאַציע װעגן נאַציאָנאַלע און אינטערנאַציאָנאַלע ענינים. מחוץ אירע אײגענע פּראָגראַמען באַטײליקט זיך זי אין דעם אויסלאַנד־אַמט און קאַבינעט־טרעפֿונגען, און אויך אין מלוכישע צערעמאָניען װי למשל מלוכישע באַזוכן, די עפֿענונג פֿונעם מלוכישן מיטינג און די פֿײַערונג פֿונעם נאַציאָנאַל־טאָג. צוזאַמען מיט פּרינץ דניאל פֿירט די קרוין־פּרינצעסין אויך דורך אָפֿיצעלע באַזוכן אין אויסלאַנד, װאָס מען דורכגעפֿירט אין קאָאָפּעראַציע מיט דער רעגירונג.
די אַנגאַזשירטקײטן און באַשיצערשאַפֿטן פֿון דער קיניגלעכער משפּחה
מחוץ דער מלכה־צערעמאָניעלער און רעפּרעזענטאַטיװער אַרבעט דורכגעפֿירט לויטן גרונטיקן געזעץ, איז די קיניגלעכע משפּחה, אויף פֿאַרשײדענע אופֿנים, אַנגאַזשירט אין װיכטיקע געזעלטשאַפֿטלעכע ענינים. דורך דער אַנגאַזשירטקײט און באַשיצערשאַפֿט פֿאַרבעסערט מען די אַרבעט דורכגעפֿירט פֿון אָרגאַניזאַציעס, פֿאַראײניקונגען און אינסטיטוציעס
ז"מ דער מלך קאַרל XVI גוסטאַף
קלימאַט, נאַטור־סבֿיבֿה און נאַטור
דער מלך איז זײער אַנגאַזשירט אין ענינים װעגן דעם קלימאַט און דער נאַטור־סבֿיבֿה און האַלט אַ טיפֿע קענטעניש װעגן די בײדע ענינים. זינט 1988 איז דער מלך דער אָנפֿירער פֿונעם שװעדישן אָפּטײל WWF. די לעצטע יאָרן זענען עטלעכע פֿון דעם מלכס פּראָגראַם־פּונקטן געװען ענינים װעגן שװעדישע פֿארמערײַ, װעלדערײַ און פֿישערײַ. ס'האַנדלט זיך למשל װעגן די אַנטװיקלונג פֿון דעם שװעדישן עסן אונטערן טיטל "פֿון ערד צום טיש". דער מלך איז אויך טיף אַנגאַזשירט אין ענינים װאָס שײך די שװעדישע װעלדער און די מיגלעכקײטן צו האָבן אַ מער אויסהאַלטעװדיקע ביִאָ־עקאָנאָמיע און אַ געזעלשאַפֿט אָן פֿאָסילן־ברענװאַרג, למשל ענינים װעגן ביִאָ־ברענװאַרג און אויסהאַלטעװדיקן בויערײַ.
די סקויט־באַװעגונג און יוגנט־אָנפֿירערשאַפֿט
זינט די קינדעריאָרן האָט דער מלך זיך באַטײליקט אין פֿאַרשײדענע סקויט־אַקטיװיטעטן, אי אין שװעדן, אי אין אויסלאַנג. דער מלך איז געװען דער בכּבֿודיקער דירעקטאָר פֿון די סקויטן און זינט 1977 דער בכּבֿודיקער דירעקטאָר פֿון WWF. פֿאַרן מלכס 60טן געבורסטאָג האָט מען געגרינדט "דער מלך קאַרל XVI גוסטאַפֿס צדקה־פֿונדאַציע 'יוגנט־אָנפֿירערשאַפֿט'", מיטן ציל צו פֿאַרבעסערן יוגנטס אויסבילדונג אין אָנפֿירערשאַפֿט לויטן סקויט־סטאַנדאַרד. מען טוט דאָס דורך סובװענצן צו גוטע יונגע אָנפֿירערס כּדי זײ זאָלן קענען זיך װידער לערנען װעגן אָנפֿירערשאַפֿט, שטיץ צו דער סקויט־באַװעגונגס אָנפֿירערשאַפֿט־אויסבילדונג און אויך שטיץ צו יונגע־לײַטס אַנטװיקלונג און אויסבילגונג אין אָנפֿירערשאַפֿט אין דער געשעפֿטסװעלט, דעם עפֿנטלעכן סעקטאָר און ניט פּראָפֿיטיקע אָרגאַניזאַציעס.
די טעכנישע און אינדוסטריעלע אַנטװיקלונג
דער מלך האָט אין משך פֿון עטלעכע יאָר דורכגעפֿירט דעלעגאַציע־רײַזעס, אַזוי גערופֿנע " Royal Technology Missions", װעלכע זענען אַראַנזשירט געװאָרן פֿון דער קיניגלעכע װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע פֿאַר אינזשעניריע, IVA. דער ציל מיט די דאָזיקע רײַזעס איז צו, צוזאַמען מיט רעפּרעזענטאַנטן פֿון פֿאָרשונג, געשעפֿטסװעלט און מלוכישע אינסטאַנצן, שטודירן די טעכנאָלאָגישע און אינדוסטריעלע קענטשאַפֿט און אויך פּראָטעזשירן קאָאָפּעראַציעס אין די דאָזיקע ענינים.
אי"מ מלכּה סילװיע
די גלאָבאַלע קינדשאַפֿט־פֿונדאַציע
אין יאָר 1999 האָט די מלכּה געגרינדט "די גלאָבאַלע קינדשאַַפֿט־פֿונדאַציע" (World Childhood Foundation). אַ פֿונדאַציע, װוּ די מלכּה איז דער בכּובֿדיקע דירעקטאָרין און װוּ די פּרינצעסין מאַדעלײן אויך אַרבעט, װאָס זאָל פּראָבירן פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿאַר קינדער װאָס שוין זענען אָדער ריזיקירן װערן קרבנות פֿון געװאַלד אָדער באַלעסטיקונג. די פֿונדאַציע האָט דורך די יאָרן געשטיצט איבער 1000 פּראָיעקטן אין אַ סך לענדער.
דער גלאַבאַלער קינדער־פֿאָרום
2009 האָט די קיניגלעכע משפּחה געגרינדט דעם גלאָבאַלן קינדער־פֿאָרום (Global Child Forum). די פֿונדאַציע איז אַ פֿאָרום װאָס פּראָבירט צו פֿאַרבעסערן די קענטשאַפֿט װעגן קינדער־רעכט אין דער געשעפֿטסװעלט און צו שטיצן פֿירמעס אויף עפֿעקטיװע אופֿנים כּדי זײ זאָלן אַרײַננעמען די דאָזיקע פּערספּעקטיװן אין זײערע אָרגאַניזאַציעס.
די סילװיע־הײם
די מלכּה האָט געגרינדט די פֿונדאַציע "די סילװיע־הײם" אין יאָר 1996. די מלכּה איז די דירעקטאָרין פֿון דער אַדמיניסטראַציע. די פֿונדאַציע "די סילװיע־הײם" פּראָטעזשירט פֿאָרשונג און אויסבילדונג און צוזאַמען מיט דער סאָפֿיע־הײםס הויכשולע און דעם קאַראָלינער אינסטיטוט פֿירט מען דורך אויסבילדונג פֿאַר סאַציאַל־אַרבעטערס, שװעסטער־געהילפֿן, קראַנקן־שװעסטער, אַרבעט־טעראַפּעװטן, פֿיזישער טעראַפּעװטן און דאָקטוירים אינעם דעמענציע־אָפּהיט. די סילװיע־הײם צערטיפֿיצירן אויך גאַנצע אָפּטײלן אין דעם דעמענציע־אָפּהיט.
די מענטאָר־פֿונדאַציע
אין יאָר 1994 האָט די מלכּה געגרינגט דער אינטערנאַציאָנאַלער מענטאָר־פֿונדאַציע (Mentor International Foundation), װאָס אַרבעט כּדי צו געבן יוגנט די אײגן־ליבע און דעם כּוח צו װאַקסן דורך מענטאָרשאַפֿט. די װיזיע איז אַ װעלט װוּ די יונגע־לײַט קענען װאַקסן און זיך אַנטװיקלען געזונט, אָן נאַרקאָטיקע. איבער 100.000 יוגנט אין שװעדן האָבן זיך באַטײליקט אין דער מענטאָר־פּראָגראַם. אַחוץ שװעדן איז "מענטאָר" דאָ אין דײַטשלאַנד, ענגלאַנד, ליטע, לעטלאַנד, אַמעריקע און דענמאַרק. דערצו איז "מענטאָר אַראַביאַ" דער ראַיאָניקער קאָאָרדינאַטאָר פֿון אָרגאַניזאַציעס אין 22 אַראַבישע לענדער. די מלכּה איז די פּרעזידענטקע פֿון דיר אינטערנאַציאָנאַלער מענטאָר־פֿונדאַציע און אַ בכּובֿדיקער מיטגליד פֿון מענטאָר שװעדן.
אי"ק"ה די קרוין־פּרינצעסין װיקטאָריע
פֿ"פֿ'ס גלאָבאַלע צילן פֿאַר אויסהאַלטעװדיקער אַנטװיקלונג
אין יאַנואַר 2016 האָט דער דעמאָליקער גענעראַל־סעקרעטאַר באַן קי־מאָן נאָמינירט די קרוין־פּרינצעסין זי זאָל װערן אײן פֿון די 17 אַמבאַסאַדאָרן פֿאַר פֿ"פֿ'ס גלאָבאַלע צילן פֿאַר אויסהאַלטעװדיקער אַנטװיקלונג אין "אַגענדע 2030". די אַמבאַסאַדאָרן פֿון Sustainable Development Goals Advocacy Group אַרבעטן אויף פֿאַרשײדענע אופֿנים צו פּראָטעזשירן די גלאָבאַלע צילן פֿון די פֿ"פֿ. די קרוין־פּרינצעסין איז איצט אַן אַלומניאַם־אַמבאַסאַדאָר און אַרבעט װײַטער בפֿרט מיט ענינים װאָס האַנדלען זיך װעגן װאַסער און געזונט.
קינדער און יוגנט
די קרוין־פּרינצעסין אַנגאַזשירט זיך שטאַרק אין ענינים װאָס האַנדלט זיך װעגן קינדער און יוגנט. צוליב דער חתנה צװישן דער קרוינפּרינצעסין און פּרינץ דניאל האָט דאָס קרוין־פּרינצעסין־פּאָרפֿאָלק געגרינדט אַ פֿומדאַציע װאָס פּראָבירט צו העלפֿן קינדער און יוגנט אין שװעדן מיטן ציל צו פֿאַרהיטן פֿרעמדשאַפֿט און פּראָטעזשירן אַ גוט געזונט.
דער קרוין־פּרינצעסין װיקטאָריעס פֿונדאַציע איז געגרינדט געװאָרן אין יאָר 1997 מיטן ציל צו פֿאַרזיכערן אַז קינדער און יוגנט מיט פֿיזישע שװעריקײטן און/אָדער קראָנישע קראַנקײטן װעלן האָבן אַן אַקטיװע פֿרײַע צײַט.
אינטערנאַציאָנאַלע שלום־אַרבעט
די קרוין־פּרינצעסין װיקטאָריע איז זײער אַנגאַזשירט אין ענינים װעלכע האַנדלען זיך װעגן דעם ספּראַװען זיך מיט קריזיס און קאָנפֿליקט, צדקה־אַרבעט און אינטערנאַציאָנאַלע שלום־אָרגאַניזאַציעס. זי האָט עטלעכע מאָל זיך באַטײליקט אין פֿאַרשײדענע פֿ"פֿ־געשעענישן.
ז"ק"ה פּרינץ דניאל
געזונט־ענינים
פּרינץ דניאל פֿאָקוסירט זיך שטאַרק אויף געזונט־ענינים, פֿון אַנגאַזשירטקײט װעגן צדקה ביז אײגענע איניציאַטיװן װי Prins Daniels lopp און Idrottens dag, װאָס מען אַראַנזשירט יעדעס יאָר כּדי צו העלפֿן די ונגע־לײַט רירן זיך און פֿאַרנומען זיך מיט ספּאָרט. פּרינץ דניאל איז דער בכּובֿדירער דירעקטאָר פֿון דער האַרץ־ און לונגען־פֿונדאַציע און האָט געגעבן זײַן נאָמען צום "פּרינץ דניאלס פֿאָרשונג־סובװענץ צו יונגע פֿאָרשערס מיט אַ פּאָטענציאַל".
אין משך פֿונעם זומער 2016 האָט פּרינץ דניאל איניציִיִרט דעם קרוין־פּרינצעסין־פּאָרפֿאָלקס איניציאַטיװ Generation Pep צוזאַמען מיט שװעדישע פֿירמעס, פֿונדאַציעס און ניט פּראָפֿיטיקע אָרגאַניזאַציעס. די װיזיע איז אַז אַלע קינדער און יודנט אין שװעדן זאָלן קענען און װילן פֿירן אַקטיװע און געזונטע לעבנס. Generation Pep אַרבעט כּדי צו פֿאַרשפּרײטן קענטשאַפֿט, אינספּירירן און שטיצן אי קינדער און יוגנט, אי עלטערן און אַנדערע דערװאַקסענע נאָענט צום קינד.
אונטערנעמערישקײט
פּרינץ דניאל איז אויך אַנגאַזשירט אין ענינים װעגן אונטערנעמערישקײט און פּראָבירט צו פֿאַרבעסערן דאָס אונטערנעמערישקײט צװישן די יונגע־לײַט. דער פּרינץ באַזוכט למשל די שװידישע מײַסטערשאַפֿט (SM) אין יונגער פֿירנעמונג און איז אַ מיטגליד אין דער נאַציאָנאַלער אַדמיניסטראַציע פֿון Ung Företagsamhet.
דער פּראָיעקט Prins Daniels Fellowship och entreprenörsprogram זענען איניציִיִרט געװאָרן אין יאָר 2013. דער פּראָיעקט איז אַ לאַנגװײַליקע צוזאַמענאַרבעט צװישן פּרינץ דניאל און דער קיניגלעכע װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע פֿאַר אינזשעניריע, IVA, װוּ דער פּרינץ צוזאַמען מיט אונטערנעמערס און געשעפֿטלעכע אָנפֿירערס באַזוכן גימנאַזיעס, אוניװערסיטעטן און הויכשולעס אין שװעדן כּדי צו אינספּירירן יונגע־לײַט זײ זאָלן זײַן אונטערנעמערס.